שלום האלבערשטאם
רבי שלום האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרט"ו - ה'תש"ב), רב אין ניסקא
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שלום איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין יאר ה'תר"ן (אומגעפעהר) ווען רבי שלום'ס ברידער רבי הערשע'לע איז געווארן רב אין רודניק איז רבי שלום געווארן רב אין ניסקא
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שלום איז אומגעקומען אין די צווייטע וועלט קריג אויף קידוש השם ה'תש"ב, הי"ד.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שלום האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב משה יוסף טייטלבוים, אן איידעם פון זיין עלטער-פעטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים בן-ציון האלבערשטאם, פון פאדגארזע און קראקא, ער האט געהייראט מרת לאה, די טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב מנחם האלבערשטאם.
- הרב יהושע האלבערשטאם.
- די ווייב פון הרב מנשה יחזקאל פרענקל פון לימונוב
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר