חיים אלכסנדר ראזענפעלד
רבי חיים אלכסנדר ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ב - ה'תש"ג), רב אין זאסאלע
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים אלכסנדר איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ב, צו זיין פאטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים אלכסנדר איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג (אומגעפער), צוזאמען מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים אלכסנדר האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק טוביה רובין. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי צבי הירש ראזענפעלד, רבי אין ניימארקט, ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב חיים יעקב ראזענפעלד א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב אברהם יהושע ראזענפעלד א זון פון הרב יצחק ראזענפעלד רבי אין ריישא א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
- מרת רבקה הענא די ווייב פון הרב אברהם אביש אורנשטיין רבי אין אושפצין.
- מרת פראדיל
- מרת מרים
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- אוהב שלום
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר